זענט איר אן אייגנטימער וואס האט באקומען FEMA הילף פאר היים רעמאנט? האט איר דערנאך געפינען אז אייער הייץ-אויוון איז געשעדיגט געווארן אדער פארלענדט ביי הוריקאן איידע?
אויב אייער הייץ-אויוון איז נישט געדעקט ביי אייער אינשורענס, קען אייך FEMA מעגלעך צושטעלן עקסטרע הילף דאס פארריכטן אדער בייטן. אבער איר מוזט אפעלירן צו FEMA שריפטלעך און צולייגן באגלייביגטע קבלות פון פארריכטן אדער שאצונגען.
FEMA קען מעגליך צאלן ביז צו דער עצם סכום פון דער קבלה אדער שאצונג פאר א הייץ-אויוון. אויב איר האט פארראכטן אדער געביטן די הייץ-אויוון, קען אייך FEMA צושטעלן הילף ווען איר גיט איין פעליגע שאצונגען אדער קבלות ווען איר אפעלירט. ווען איר אפליקירט פאר הילף, מאכט זיכער צו באריכטן סיי וועלכע שאדענס צו אייער הייץ-אויוון צוליב הוריקאן איידע.
די געלטער זענען גרייט פאר פאסיגע איבעלעבער אין די בראנקס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק, און וועסטשעסטער קאונטיס, וואס זענען אויסגערעכנט אין די הוריקאן איידע פעדעראלע קאטאסטראפע דעקלעראציע. נאר בעלי-בתים וואס וואוינען אין זייערע הויפט הייזער וועלן באטראכט ווערן פאר הילף וואקאציע הייזער און צווייטע הייזער זענען נישט פאסיג.
מ'קען באקומען היים רעמאנט הילף נאר פאר אייגנטימער וואס זענען נישט אינשורט אדער ווייניג אינשורטע זאכן און קאטאסטראפע-שייכות'דיגע אויסגאבן צו מאכן דעם וואוינארט זיכער, היגיעניש און פונקציאנעל. טייל FEMA הילף איז אויך דא צו באקומען פאר אנדערע סטרוקטורעלע טיילן פון אייער הויפט וואוינונג ווי אויך קוועלער, סעפטישע-סיסטעמס, הייצונג פאר וואסער און אנדערע לעקטרישע אפאראטן.
האט אין זינען: איר מוזט איינגעבן אייער געשריבענעם אפעלאציע ביז 60 טעג פון דער דאטע פון אייער FEMA החלטה בריוו. אין מאכט זיכער צו צולייגן דאקומענטאציע צו שטיצן אייער אפעלאציע פארלאנג, אזוי ווי באגלייביגטע קבלות פון פארריכטן אדער שאצונגען, קאנטראקטאר שאצונגען אדער אנדערע באווייזן צו שטיצן אייער אפעלאציע.
איינמאל איר האט געשיקט פאר FEMA אן אפעלאציע, קענט איר זיך ריכטן אויף א החלטה בריוו ביז 90 טעג נאכדעם ווי FEMA דערהאלט עס.
אויב איר האט פראגעס ווי אזוי איינצוגעבן אייער אפעלאציע, באזוכט א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער - DRC Locator (fema.gov) – or רופט די FEMA הילפליין אין 800-621-3362. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס (VRS) אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפעראטארס זענען דארט פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג-טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש, דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.
צו אפליקירן פאר קאטאסטראפע הילף, קענט איר אויך רופן די הילפליין, באזוכט DisasterAssistance.gov אדער נוצט די FEMA מאבילע אפפ.
מענטשן מיט נידעריגע-הכנסות וואס באגעגענען זיך מיט לעגאלע פראבלעמען צוליב הוריקאן איידע קענען רופן אן אומזיסטע נומער פאר הילף: 888-399-5459. אויב איר ווילט א לעגאלע סערוויס צושטעלער זאל אייך רופן, פילט אויס א פארם ביי https://nysba.org/ida. ביישפילן פון לעגאלע הילף צו באקומען איז כולל:
- עצה'ן וועגן בעל הבית-דינגער פראבלעמען
- הילף מיט היים-רעמאנט קאנטראקטס און קאנטראקטארס
- קאנסומענט אפהיט ענינים אזוי ווי פרייז-באשווינדלונג און פארמיידן קאנטראקטאר סקאנדאלן בשעת'ן צוריקבויען
- הילף צו באקומען רעגירונג בענעפיטן
- הילף מיט לעבנס, מעדיצינישע און נכסים אינשורענס תביעות
- עצות וועגן מארטגעדזש- קאסירונג פראבלעמען.
פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''
פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311.
פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema.